מיט עטליכע טעג נאכ'ן שלאגן א רעקארד, האט די ווירטואלע ביטקאון וואלוטע געשלאגן א פרישן רעקארד, מיט א ווערט פון נאענט צו צוואנציג-טויזנט דאלאר.

דער לעצטיגער שוואונג פון דער "קריפּטא-וואלוטע" קומט נאך דעם וואס מיט אינגאנצן א יאר צוריק, נאוועמבער 2016, איז די ווערט פון א ביטקאון געשטאנען ביי צען-טויזנט דאלאר -- וואס איז בשעתו אויך באטראכט געווארן אלס א באאיינדרוקספולער ציפער.

דער יעצטיגער שפרינג ווערט צום טייל צוגעשריבן צום פאקט, וואס דער ביטקאון איז נארוואס ארויף אויפ'ן "פיוטשור טרעיד" אינעם סטאק מארקעט.

אינוועסטירערס זענען ביי דער מיינונג, אז אנדערש ווי יעצט, ווען ביטקאונס ווערן געניצט בעיקר אלס אן אינוועסטמענט, וועלן ביטקאונס מיט דער צייט דינען בעיקר אלס וואלוטע, וואס מענטשן וועלן ניצן צו קויפן און פארקויפן זאכן פונקט ווי מיט געהעריגן געלט.

בילד: ביטקאון שלאגט נייעם רעקארד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל