א סטעטן איילאנד אדמיניסטראטיווער ריכטער ווערט באשולדיגט אין צוזאמארבעטן מיט איר מאן, דער ארטיגער דיסטריקט אטוירני, אין מאנעווירן דעם געריכטליכן סיסטעם זיכער צו מאכן אז קעיסעס קומען אן צו "שטרענגערע" ריכטערס, כדי צו פארזיכערן וואס מער שולדיג-אורטיילן.
לויט דער באשולדיגונג, האט דיסטריקט אטוירני מייקל מעקמאהאן אנגעוויזן זיין פרוי, ריכטער דזשודיט מעקמאהאן, צו מאנעווירן מיט'ן סיסטעם כדי זיכער צו מאכן אז געוויסע קעיסעס זאלן אנקומען צו ריכטערס מיט א רעפוטאציע פון ארויסגעבן שטרענגע שולד-אורטיילן, און אוועק פון מער מעסיגע ריכטערס וואס געבן געווענליך מילדערע שטראפן.
די אנקלאגע איז אריינגעגעבן געווארן אינעם מאנהעטן סופרים קארט דורך א סטעטן-איילאנד געריכט-קלוירק, וועלכער האט צווישן אנדערע באווייזן אריינגעגעבן צום געריכט א צאל רעקארדירטע געשפרעכן פון דער ריכטער און אנדערע געריכט-באאמטע, וואס שטיצן אנגעבליך אונטער זיינע באשולדיגונגען.
דאס מעקמאהאן-פּארל לייקנט די באשולדיגונגען, איבער וועלכע אן אויספארשונג האלט אינמיטן דורכגעפירט ווערן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה