לאנדאן – א נייער אנטיסעמיטישער בלבול הערט מען אין ענגלאנד אין די יעצטיגע טעג, וועלכע באשולדיגט אז דאס אידישע פאלק איז גאר שולדיג און פאראנטווארטליך אויפ'ן גרויסן גרענפעל טורעם פייער, וועלכע האט פאסירט פארלאפענעם זומער און געברענגט 71 פאטאליטעטן.

דער בלבול ווערט פארשפרייט דורך א מוסולמענער פרוי, טארא אכמעד, וועלכע ארבעט אלס וואלונטירקע ארויסצוהעלפן די פאמיליעס וועלכע זענען באטראפן געווארן גאר שווער פונעם מאסיוון פייער, און זי האט געזאגט, "היטלער איז געווען א קרבן פון א אידישער קאנספיראציע; קוק די בילדער וויאזוי מענטשן ווערן פארברענט לעבעדיגערהייט אינעם גרענפעל טורעם, און אט די מענטשן זענען געווען קרבנות פון א אידישער קאנספיראציע".

בילד: אנטי-אידן בלבול איבער גרענפעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל