ניו דזשערסי – ליידער האט מען געזען א פרישן ביישפיל פון דער שרעקליכער סכנה וואס די ציוניסטישע התגרות באומות ברענגט אויף אידן איבער דער וועלט, ווען עס איז נעכטן באקאנט געווארן אז א מוסולמענער אימאם אין ניו דזשערסי פראפאגאנדירט און קאמפיינט ביי זיינע נאכפאלגער אומצוברענגען אידן ה"י. די רעדע איז פון אימאם איימאן עלקאסאבי (Aymen Elkasaby), וועלכער האט אויפגעטרעטן אינעם צענטראלן "איסלאמיק צענטער אוו דזשערסי סיטי", און ער האט געזאגט אז "מיר מוזן קעמפן קעגן די אידן און דערמארדן יעדן איינציגן איד, צו קענען צוריקנעמען דעם על אקצא מעטשעט (הר הבית)". ענליכע ווערטער האט מען געהערט לעצטע וואך פון צוויי באזונדערע מוסולמענער אימאמס אין מעטשעטן לענגאויס קאליפארניע.
הוסף רשומת תגובה