וואשינגטאן – דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין האט נעכטן געזאגט אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, פירט עס זייער גוט און אויפריכטיג. ראזענסטיין האט אויפגעטרעטן פארנט פון דער קאנגרעסיאנאלער יורידישע קאמיטע, וואו ער איז געפרעגט געווארן איבער די לעצטיגע באריכטן אז עטליכע עף-בי-איי אגענטן, וועלכע זענען פארמישט אינעם רוסלאנד אויספארשונג, זענען שטארק אנטי-טראמפ גענויגט און האבן אויך בייגעשטייערט פאר קלינטאן און אבאמא. ראזענסטיין האט געזאגט אז מוללער האט גוט געטאן מיט'ן ארויסווארפן דעם אגענט פיטער סטראזשעק וועלכער האט ארומגעשיקט אנטי-טראמפ פראפאגאנדע, און ראזענסטיין האט געזאגט אז דערווייל איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס צו קלערן אז מוללער'ס אויספארשונג איז נישט אויפריכטיג.
הוסף רשומת תגובה