טערקיי – דער פאלעסטינער פרעזידענט מוכאמעד אבאס האט נעכטן שארף זיך געאייסערט, אז אמעריקע וועט נישט שפילן קיין שום ראלע אין סיי וועלכע צוקונפטיגע שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. אבאס' שארפע ווערטער זענען געקומען ביי א ספעציעלע עמורדזשענסי זיצונג פון דער "איסלאמישער קאאפעראציע ארגאניזאציע", וואס דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט פאררופן אין איסטאנבול צווישן אלע 57 לענדער-מיטגלידער אין דער ארגאניזאציע. אבאס האט געזאגט אז דער באשלוס פון אמעריקע, צו אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, צייגט אז אמעריקע איז נישט אינטערעסירט אין קיין יושר'דיגן שלום, און אבאס האט צוגעלייגט א סטראשע אז ער וועט מעגליך עלימינירן אלע קאאפעראציע אפמאכן וואס עקזיסטירן שוין צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל.
הוסף רשומת תגובה