פוילן – א פוילישע געריכט האט ארויסגעגעבן אן איין יעריגן טורמע אורטייל פאר אן אמעריקאנער אידישער יוגנטליכער וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אין אריינקריצן זיין נאמען אויף א וואנט אין איינע פון די באראקן אינעם אוישוויץ לאגער. דער זיבעצן יעריגער איז ארעסטירט געווארן פארלאפענעם זומער, נאכדעם וואס איינער פון די איינגעשטעלטע אין אוישוויץ האט אים געכאפט נעמען א שארפן אביעקט און אריינקריצן זיין נאמען אויף דער וואנט פון א באראק – און צו טאן סיי וועלכע שריט וועלכע שעדיגט אדער טשעפעט מיט'ן געוועזענעם מארד-לאגער, וואו א גרויסע פראצענט פון די זעקס מיליאן קדושים הי"ד זענען אומגעקומען ביים צווייטן וועלט קריג, איז א קרימינאלע אקט. דער ריכטער אין אושפיצין, די שטאט וואו דער לאגער געפינט זיך, האט געזאגט אז ער איז געווען איבערראשט צו הערן אז א אידישער יוגנטליכער איז געכאפט געווארן ביי אזא אקט, וויבאלד אידן דארפן פארשטיין די וויכטיגקייט פון אפהיטן און פרעזערווירן דאס ארט. דער יוגנטליכער וועט נישט זיצן די איין יאר אין טורמע, וויבאלד ער האט באקומען א סוספענדירטן אורטייל, אבער ער וועט דארפן באצאלן טויזנט זלאטעס, וואס קומט אויס 280 אמעריקאנער דאלאר.

בילד: אורטייל איבער קריצן אין אוישוויץ באראק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל