ניו יארק – דער ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט אונטערגעשריבן א געזעץ, וועלכע וועט ערלויבן איינוואוינער זיך צו רעגיסטרירן אנליין צו שטימען. ביז היינט האט שוין עקזיסטירט א געזעץ אין גאנץ ניו יארק סטעיט, אז מען קען זיך רעגיסטרירן דורכ'ן אינטערנעט צו שטימען, אבער דאס ארבעט נאר אויב מען האט א דרייווערס לייסענס אדער אן אפיציעלע סטעיט אידענטיפיקאציע קארטל. פילע ניו יארק סיטי איינוואוינער דרייוון נישט און האבן נישט קיין אידענטיפיקאציע קארטל דורך דער "סטעיט מאטאר וויקעל דעפארטמענט", וויבאלד פילע האבן בלויז די ספעציעלע סיטי אידענטיפיקאציע קארטל וואס מעיאר דעבלאזיא האט אוועקגעשטעלט עטליכע יאר צוריק – און דאס האט געברענגט אז פילע סיטי איינוואוינער האבן זיך נישט געקענט גרינג רעגיסטרירן דורכ'ן אינטערנעט צו שטימען. דאס איז פארראכטן געווארן מיט'ן נייעם געזעץ, אז סיטי איינוואוינער וועלן זיך גרינג קענען איינשרייבן צו שטימען, דורך דרוקן א פאר קנעפלעך און אויספילן אן אפליקאציע אנליין.
הוסף רשומת תגובה