סאוט קארעאנער אויטאריטעטן האבן קאנפיסקירט צוויי כינזער שיפן נאכדעם וואס זיי האבן געאנקערט ביי אירע פארטן, אנגעבנדיג אז זיי האבן באווייזן אז די שיפן האבן געשמוגעלט אויל קיין נארט קארעא, און האבן עס איבערגעוויזן מיט סאטעליט בילדער וואס צייגט אנגעבליך ווי די שיפן ליידיגן אויס זייערע אויל פאר א נארט קארעאר שיף אין אינטערנאציאנאלע וואסערן. דאנעלד טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער אז כינע איז געכאפט געווארן ״רויט-האנטיג״ פארלעצן די סאנקציעס, אבער כינע לייקנט אז זי טוט נישט אינפארסירן די סאנקציעס, די אויטאריטעטן אין סאוט קארעא האבן אויך אונטער ארעסט די מאנשאפט פון די שיף וועלכע באשטייט פון 23 כינזערע בירגער און נאך עטליכע פון אנדערע לענדער. אין אן אינטערוויו מיט די ניו יארק טיימס האט פרעזידענט טראמפ נישט אויסגעשלאסן אז אמעריקע וועט לייגן עקאנאמישע שטראפן אויף כינע אויב זי טוט נישט פולקאם קאאפערירן מיט די סאנקציעס.

בילד: סאוט קארעא קאנפיסקירט כינעזער שיפן צוליב פארלעצונג פון יו.ען. סאנקציעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל