היינט האט ווידער אויסגעבראכן שווערע פראטעסטן אינעם מערב ברעג, ירושלים, און ביים גרעניץ פון עזה. די אנגעצויגנקייט האט זיך שוין אנעהויבן פרי ווען צוויי ראקעטן זענען געשאסן געווארן קיין מדינת ישראל, און די מדינת ישראל מיליטער האט אין רעאקציע דורכגעפירט באבמאדירונגען אין עזה. שפעטער האבן טויזנטער פאלעסטינער פון עזה זיך פארזאמלט ביים גרעניץ פון עזה און פרובירט צו דורכברעכן דעם גרעניץ, מדינת ישראל זעלנער האבן רעאגירט מיט הייס געווער און צענדליגע זענען פארוואונדעט געווארן, און אמווייניגסטנס איינער איז אומגעקומען, אויך אינעם מערב ברעג האבן אויסגעבראכן פראטעסטן איבער די טראמפ דעקלעראציע איבער ירושלים, און עס זענען באריכטעט געווארן שווערע צוזאמענשטויסן מיט די פאליציי אין וועלכע צענדליגע פאלעסטינער זענען פארוואונדעט געווארן.

בילד: איבער 50 פאלעסטינער פארוואונדעט אין פרישע רונדע פון געוואלדטאטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל