קאנעטיקוט – א ריכטער אין קאנעטיקוט האט ארויסגעגעבן א מאדנעם אורטייל, ווען ער האט געזאגט אז ער אנטזאגט זיך צו דערקלערן עלעפאנטן אלס מענטשן. די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן ווען די "נאניומען רייטס פראדזשעקט" גרופע האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די "קאמערפארד טירגארטן" אין גאושען, קאנעטיקוט, זאגנדיג אז זיי ווילן זיך אננעמען פאר די רעכטן פון דריי עלעפאנטן וועלכע וואוינען אינעם טירגארטן און ווערן געהאלטן אויף זייער א שוואכן צושטאנד. די צעדרייטע באשעפעניש-אקטיוויסטן האבן אויך אנגעצייגט אז פון אבזערווירן די עלעפאנטן האבן זיי געזען, אז די עלעפאנטן האבן ממש ענליכע חושים און אן ענליכן פארשטאנד צו געהעריגע מענטשן, און דעריבער ווילן זיי אז דער ריכטער זאל דערקלערן די 3 עלעפאנטן אלס לעגאלע "מענטשן". דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די ביטע.

בילד: עלעפאנטן קיין מענטשן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל