אלאסקע – ארבעטער אין דער "ווילעי פאוסט-וויל ראדזשערס מעמאריעל לופטפעלד" אין יוטקוואגוויק, אלאסקע, זענען געווארן ערשטוינט צו טרעפן אן אינטערעסאנטן באזוכער אויף די עירפארט ראנוועי, ביי דער ארבעט פון אפרייניגן דעם שאסיי פון א שניי וואס איז געפאלן דורכאויס די נאכט שטונדן, נעמליך א 450 פונטיגער ים–לייב, ארומקריכנדיג ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. "עס איז געווען גאר מאדנע אנצוטרעפן אזא גאסט", האט געזאגט איין ארבעטער צו דער ען-בי-סי נייעס אגענטור, "איך האב שוין געזען א סאך אינטערסאנטע און קאמישע סצענעס דא אין לופטפעלד, אבער אזוינס, דאס איז שוין א חידוש." דער ים–לייב האט געברענגט א שמייכל אויף פילע רייזנדע אין די אלאסקע לופטפעלד, און מ'האט באלד אריבערגערופן "ענימעל קאנטראל" באאמטע, וועלכע האבן אוועקגעפירט דעם ים–לייב, און די טראפיק איז נישט געווארן אפגעהאלטן.
![בילד: דער ים-לייב באזוכט אויפ'ן ראנוועי בילד: דער ים-לייב באזוכט אויפ'ן ראנוועי](https://lh3.googleusercontent.com/blogger_img_proxy/AEn0k_vS2uZbHP-NChodwlPJDwGThDHvjFkr1sARjytj9r6q-yTh9p6ZpyV9u2IFNcroDOp1Wm2GiyzoXxUbo3oIMV0ZY9E4OjGkVjfEpJ5PwgjGQ6sviOVhymRqdv81CObFJXVssXe91nwQOEE7TtucOUpDrTPnHgB3hugsl3v0T7uZ6J6NzP4HtahJe06vIDzLrdJDtCocdNnKX-cCuIk2uhJjUW4WTKm2OKsfmAkI=s0-d)
הוסף רשומת תגובה