נייראבי – דאס דרום סודאנעזער מיליטער האט זיך נעכטן געשלאגן מיט אנטי-רעגירונג רעבעלן, געציילטע שטונדן נאכדעם וואס א פייער-אפשטעל איז אפיציעל אריין אין אפעקט. די קריגערייען אין דרום סודאן גייען שוין אן עטליכע יאר, פון ווען עס האט אויסגעבראכן די בירגער קריג אין לאנד, צווישן דעם מיליטער וועלכע איז געטריי פאר פרעזידענט סאלווא קיער, און רעבעלן וועלכע זענען געטריי פאר זיין געוועזענעם דעפיוטי פרעזידענט ריעק מאשאר, וועמען קיער האט באזייטיגט.

עטליכע אפריקאנער גרויסמאכטן האבן געפירט געשפרעכן אין דער דערנעבנדיגער עטיאפיע, און דער פלאן איז געווען אז א שטילשטאנד זאל אריינגיין אין אפעקט זונטאג אינדערפרי, כדי מ'זאל קענען ברענגען הומאניטערישע הילף, אבער עס איז געבראכן געווארן געציילטע שטונדן נאכדעם וואס ס'איז אריין אין אפעקט.

בילד: פרישע קריגערייען אין דרום סודאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל