מאסקווע – דער רוסישער אפאזיציע פיגור, אלעקסיי נאוואלני, וועלכע קאמפיינט שוין עטליכע יאר קעגן וולאדימיר פוטין, האט נעכטן זיך גערוקט פאראויס צו דער מעגליכקייט אז ער וועט יא קענען לויפן אין די פרעזידענט וואלן אין יאר 2018 קעגן פוטין, טראץ וואס די רעגירונג עלעקשאן קאמיסיע האט שוין אין דער פארגאנגענהייט געזאגט אז ער איז נישט פעליג צו לויפן.

נאוואלני האט באוויזן צו באקומען אונטערשריפטן פון 742 מענטשן, וואס איז מער ווי די מינימאלע 500 וואס מ'דארף האבן צו קענען אריינגעבן אן אפליקאציע פאר א פרעזידענט קאנדידאטור, און אצינד האט די קאמיסיע 5 טעג צו באשליסן צי זיי וועלן יא ערלויבן נאוואלני צו לויפן, אדער אים ווייטער בלאקירן.

בילד: נאוואלני וועט מעגליך יא לויפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל