פלארידע – א באריכט צייגט אז פרעזידענט טראמפ האט זיך אויסגעדריקט פאר גרופעס געסט אין זיין טייערן "מאר-א-לאגא" רעזארט אין פאלם ביעטש, פלארידע, אז "איר זענט נארוואס געווארן פיל רייכער", א דאנק דעם מאסיוון שטייער רעפארם געזעץ וואס ער האט אונטערגעשריבן.

דער באריכט האט געברענגט אויפברויז אין דער מידיא, און ביי די דעמאקראטן, וועלכע האבן ארויסגעהויבן אז אין מאר-א-לאגא דרייען זיך בלויז רייכע פערזענליכקייטן, ווייל ס'קאסט דארטן פערצן טויזנט דאלאר א יאר מיטגלידערשאפט, און טראמפ איז מודה אז אט די רייכע גייען בענעפיטירן פונעם שטייער רעפארם געזעץ.

דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ און די רעפובליקאנער האבן אין די לעצטע וואכן נאכאנאנד געזאגט אז עס וועט דירעקט נישט העלפן די רייכע, און טראמפ פערזענליך האט אויך עטליכע מאל באהויפטעט אז זיינע רייכע פריינט זענען גאר ברוגז אויף אים איבער'ן שטייער רעפארם געזעץ.

בילד: טראמפ איז מודה אז  שטייער רעפארם געזעץ וועט העלפן רייכע אמעריקאנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל