קאראקאס – די ווענעזועלער רעגירונג זאגט אז זי האט באפרייט אכציג אפאזיציע פיגורן, וועלכע זענען ארעסטירט געווארן אין די לעצטע פאר מאנאטן ביי פראטעסטן. די באפרייאונג פון די אפאזיציע ארעסטירטע קומט אין דער צייט פון די גוי'אישע חאגעס, און די ווענעזועלער רעגירונג האט געוואלט צייגן איר ווארימקייט און פריינטליכקייט. די אפאזיציע פירערשאפט זאגט אז זיי האבן אריינגעשיקט די ביטע פאר די באפרייאונגען, זאגנדיג אז די ארעסטירטע ווערן געהאלטן סתם אלס פאליטישע ארעסטאנטן, אבער דער ווענעזועלער פרעזידענט און דיקטאטור ניקאלעס מאדורא זאגט, אז אלע זענען ארעסטירט געווארן פאר לעגיטימע סיבות. דער הויפט אפאזיציע פיגור, ליאפאלדא לאפעז, ווערט דערווייל נאך געהאלטן אונטער הויז ארעסט.

בילד: ווענעזועלע באפרייט אפאזיציע פיגורן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל