לאנדאן – פאליציי אין לאנדאן זוכן א טראק דרייווער, וועלכער האט ארויסגעשריגן פון זיין פענסטער גאר העסליכע לאזונגען. דער אינצידענט האט פאסירט געציילטע שטונדן בעפאר זמן כניסת השבת אין דער סטעמפארד הילל געגנט, וואו דער דרייווער האט געשריגן פאר א אידישן מאטאריסט, אז היטלער איז געווען א גוטער און האט געוואוסט וואס ער טוט. דער טראק דרייווער האט ווייטער געשריגן צום איד, "ענק מיינען אז ענק קאנטראלירן די גאנצע וועלט? די וועלט איז נישט ענקער אייגנטום! דא איז נישט איזראעל!" שומרים האט פארעפנטליכט א בילד פונעם דרייווער, וועלכער זעט אויס צו זיין אן אפשטאמיגער פונעם קאריביען ראיאן, און זיי האבן אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אין א סטעיטמענט באשטעטיגט אז זיי האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג און זוכן דעם דרייווער.

בילד: "היטלער" טראק דרייווער געזוכט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל