דער ספעציעלער פראוקראר אויף די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג ראבערט מיולער האט איינגערייכט אן אפיציעלער פארלאנג צום ״דויטשע באנק״ צו באקומען אינפארמאציע איבער דעם פרעזידענט׳ס ביזנעס האנדלונגען און פינאנציעלע אינפארמאציע, א זאך וואס צייגט אז דער אויספארשער פלאנט זיך צו נעמען אצינד צום פרעזידענט פערזענליך. די דויטשע באנק איז די באנק וועלכע די טראמפ ארגאניזאציע נוצט הויפטזעכליך פאר אירע ביזנעס צוועקן און הלוואות, און זי איז לעגאל פארפליכטעט צו קאאפערירן מיט די אויספארשונג. די דעמאקראטן האבן שוין מיט עטליכע מאנאטן צוריק פרובירט צו ארויסבאקומען אינפארמאציע פון די באנק אבער דעמאלסט האט זי דאס אפגעווארפן.

בילד: ספעציעלער אויספארשער מיולער פארלאנגט אינפארמאציע פון דויטשע באנק איבער טראמפ׳ס פינאנצן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל