מעיאר ביל דעבלאזיא, דער ערשטער דעמאקראטישער מעיאר אין די סיטי פאר די לעצטע 25 יאר האט היבש אויפגעבלאזן דעם בודשעט מיט ארום 20% און צוגעלייגט 25,000 רעגירונג פאזיציעס, זינט ער האט איבערגענומען דעם אמט אין 2014, דאס רעכנט אריין דאס וואס ער האט צוגעלייגט בחינם׳דיגע פרי-סקול פאר אלע ניו יארקער קינדער, א פראגראם וואס קאסט ארום 300 מיליאן דאלער א יאר. און אזוי אויך צוגעלייגט 1,300 פאליציי אפיצירן וועלע קאסט ארום 75 מיליאן דאלער יערליך. און אזוי אויך א איימאליגע פראגראם פון 300 מיליאן דאלער צו אהערשטעלן א פערי שיף סיסטעם לענגאויס ניו יארק.

אלעס אינאיינעם איז די שפענדונג פון די סיטי געשטיגן צו 61.3$ ביליאן דאלער, ארויף פון 51.2 ביליאן דאלער יערליך אין 2014 פאר ער איז אריינגעקומען אין אמט, דאס איז פירפאכיג מער ווי די אינפלאציע. דער מעיאר האט רעאגירט צו די באריכט וואס די וואל סטריט דשורנאל האט פארעפנטליכט דערוועגן אז ער איז שטאלץ אז זיין אדמיניסטראציע טוט אויסגעבן מער געלט וואס גייט פאר אלע ניו יארקער און דאס טוט שטערקער מאכן ניו יארק.

בילד: ניו יארק בודשעט שטארק געשטיגן אונטער די-בלאזיא אדמיסטראציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל