א פארלעסליכע אנקעטע דורכגעפירט אין דיישטלאנד צייגט אז דייטשע בירגער האבן גאר א נעגאטיווע מיינונג איבער פרעזידענט טראמפ, און שטעלן אים כמעט ביים שפיץ פון די ליסטע ווען עס קומט צו די פראגע ווער עס שטעלט די גרעסטע געפאר צו די סטאביליטעט פון די וועלט, און איז די גרעסטע פראבלעם פון דייטשלאנדס אויסערן פאליטיק. די העכסטע אויף די ליסטע איז געווען די פראבלעם פון אימיגראציע אויף וועלכע 26% האבן געזאגט אז עס די מערסט ברענעדיגע פראבלעם, און דאן האבן 19% געשטעלט טראמפ ביים שפיץ, און ער איז הערשט נאכגעפאלגט געווארן דורך טערקיי מיט 17%, נארט קארעא ביי 10% און רוסלאנד ביי 8%.

די אנקעטע איז דורכגעפירט געווארן צווישן 1,005 שטימ-בארעכטיגטע דייטשן, און אזוי אויך זענען זיי געפרעגט געווארן איבער די באציאונגען צווישן אמעריקע און דייטשלאנד אויף וועלכע 56% האבן באצייכנט די באציאונגען צווישן אמעריקע און דייטשלאנד אלס שלעכט אדער גאר שלעכט. די אנקעטע צייגט אויך אז רוב דיישטן זענען קעגן די שטעלונג פון מערקעל אז דייטשלאנד דארף שפילן א מער דאמינאנטע ראלע אין גלאבאלע קריזיסן, און ארום 52% האבן געזאגט אז דייטשלאנד זאל בלייבן ביי איר פרינציפ פון נאכ׳ן קריג צו ארויסשטיין פון גלאבאלע קאנפליקטן.

בילד: דייטשן זעען דאנעלד טראמפ אלס גרעסערע געפאר ווי נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל