דרום קארעא – די אמעריקאנער מיליטער, אינאיינעם מיט די יאפאנעזער און דרום קארעא מיליטערן, וועט אפהאלטן א צוויי-טאגיגע מיליטערישע טרענירונג, אנגעהויבן היינט מאנטאג, וועלכע וועט ציהלן צו פארבעסערן די טעכנאלאגיע און מעטאדן וויאזוי עס ווערט אויפגעכאפט ווען א פיינטליכע מיסיל ווערט ארויסגעשאסן. די דריי לענדער וועלן מיטטיילן איינער מיט'ן צווייטן זייער טעכנאלאגיע וויאזוי צו "טרעקן" א באליסטישע מיסיל ארויסשיס, און די טרענירונגען קומען עטליכע טעג נאכדעם וואס די אמעריקאנער מיליטער האט געשיקט א ספעציעלע פליגער צום קארעא ראיאן, וואס דער פליגער קען דערשפירן נוקלעארע אויפרייסן. די ״קאנסטענט פיניקס״ פליגער איז אויסגעשטאט מיט האקעלע טעכנאלאגיע צו האלטן אן אויג אויף נוקלעארע אויפרייסן איבער דער וועלט. אין אנדערע נייעס האט מען נעכטן געהערט אז דער יו-ען דיפלאמאט דזשעפרי פעלטמאן האט באזוכט פארגאנגענע וואך אין צפון קארעא, און ער איז צוריקגעקומען מיט א ווארענונג אז "די צייט לויפט אויס" צו פארמיידן א נוקלעארע קריג.

בילד: מיסיל טרעקינג טרענירונגען נעבן קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל