ווארשא – א פאליטישאן וועלכער שטאמט פון אידן, איז אויסגעוועלט געווארן אלס נייער פרעמיער מיניסטער אין פוילן, אלס טייל פון אן אינערליכע רעגירונג אויפשאקלונג. די רעדע איז פונעם ביז יעצטיגן פוילישן פינאנץ מיניסטער מעטעאס מאראוויצקי (Mateusz Morawiecki), א געוועזענער באנקיר, וועלכער רעדט גאר אפט פון זיין אידישקייט. ביי א צערעמאניע מיט עטליכע מאנאטן צוריק ביים ווארשעווער טירגארטן, וואו מען האט באעהרט דעם געוועזענעם דירעקטאר פונעם טירגארטן איבער דעם וואס ער האט געראטעוועט הונדערטער פוילישע אידן דורכ'ן זיי אויסבאהאלטן אינעם טירגארטן, האט מאראוויצקי ארויסגעברענגט אז די געשיכטע דערמאנט אים וואס זיין אייגענע אידישע פאמיליע איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג, אריינגערעכנט א מומע וועלכע האט זיך געראטעוועט דורך נישט-אידישע שכנים וואס האבן איר באהאלטן, און א צווייטע מומע וועלכע איז אנטלאפן פון פוילן נאך בעפאר די נאציס ימ"ש זענען אהין אנגעקומען.

בילד: מעטעאס מאראוויצקי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל