האנדוראס – די עלעקשאן געריכט אין האנדוראס האט נעכטן דערקלערט אז א טיילווייזע איבערציילונג פון די אפגעגעבענע שטימען אין די פארלאפענע פרעזידענט וואלן, צייגן נאך אלץ די זעלבע רעזולטאטן, אז דער אמטירנדער פרעזידענט כואן ארלאנדא הערנענדעז האט געווינען גאר שמאל. די איבערציילונג אויף די פיר און אהאלב מיליאן שטים קאסטענעס איז פאררופן געווארן נאכדעם וואס דער אפאזיציע פירער סאלוואדאר נאסראלא און זיינע שטיצער האבן אנגעהויבן פארפירן און שטורעמען, וויבאלד די פריע רעזולטאטן אין די שטונדן נאך די וואלן האבן געצייגט אז נאסראלא האט געווינען, און ערשט אין די שפעטערדיגע טעג נאך ווייטערדיגע ציילונגען, האט מען געזען אז הערנענדעז האט למעשה דעם אויבערהאנט. נאסראלא'ס שטיצער האבן דורכגעפירט ראיאטן און פראטעסטן אין די לעצטערע טעג, באשולדיגנדיג די הערנענדעז רעגירונג אין פעלשן די וואלן, אבער דער עלעקשאן געריכט זאגט אז זיי האבן נאכאמאל איבערגעציילט אז עס צייגט ווייטער אז הערנענדעז האט געווינען ווידערוויילונג.
הוסף רשומת תגובה