לאנדאן – דער בריטישער אויסערן מיניסטער באריס דזשאנסאן, האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פון א באזוך אין איראן, און דער באזוך ווערט באצייכנט דורך די בריטישע מידיא אלס א דורכפאל. א הויפט אישו וואס מען האט געוואלט לעזן מיט דזשאנסאן'ס באזוך אין איראן, איז געווען דאס וואס די איראנער רעגירונג האלט שוין א בריטישן בירגער ארעסטירט פאר א לאנגע צייט, אויף לעכערליכע שפיאנאזש קלאגעס. די רעדע איז פון נאזאנין זאהארי רעטקליף, וועלכער איז ארעסטירט געווארן אין אפריל יאר 2016 אויף שפיאנאזש קלאגעס, און די בריטישע רעגירונג האט שוין עטליכע מאל פרובירט צו געווינען א באפרייאונג. ביי זיין באזוך אין איראן, האט זיך מיניסטער דזשאנסאן געטראפן מיט פילע הויכראנגיקע רעגירונג באאמטע, אריינגערעכנט פרעזידענט כאסאן רוכאני, און נעכטן ביים צוריקקומען קיין לאנדאן מיט ליידיגע הענט, האט ער געזאגט אז מען האט אמווייניגסטנס אויסגעארבעט פילע אנדערע וויכטיגע אישוס, אריינגערעכנט דאס וואס ענגלאנד איז שולדיג פאר איראן 400 מיליאן פונט.

בילד: בריטישער מיניסטער צוריק פון איראן באזוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל