ירושלים – די אטאקעס, אומרוען און געוואלדטאטן פון די אראבישע באפעלקערונג, איבער דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אנערקענט ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן, מיט פארשידענע פראטעסטן און טעראר אטאקעס.

- אן איזראעלישער פריוואטער סעקיוריטי וועכטער איז געשטאכן געווארן דורך א פאלעסטינער טעראריסט פארנט פונעם "צענטראלן באס סטאנציע" אין ירושלים. דער וועכטער, אשר בן חוה לרפו"ש, געפונט זיך אין א קריטישן צושטאנד, און א קורצע צייט נאך די אטאקע, האט מען געפונען אז דער שולדיגער טעראריסט האט געשריבן בעפאר די שטעכעריי אז ער איז אויפגעברויזט איבער טראמפ'ס ירושלים באשלוס.

- צווישן די פראטעסטן און ראיאטן וואס אויפגעהיצטע מאסן האבן דורכגעפירט אין פילע אראבישע לענדער, האט נעכטן ארויסגעשטארט לבנון, ווען הונדערטער האבן זיך פארזאמלט פארנט פונעם אמעריקאנער אמבאסאדע, מיט אנטי-אמעריקאנער שילדן. די לעבאנעזער פאליציי און סעקיוריטי קרעפטן האבן פרובירט צו בלאקירן די מאסן פון אריינברעכן זיך אין די אמבאסאדע, און די מאסן האבן געשאסן שטיינער און אנדערע אביעקטן.

- ביבי נתניהו האט נעכטן באזוכט אין פראנקרייך, וואו ער האט זיך געטראפן מיט'ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאניועל מאקרון. דער פראנצויזישער פירער האט ביי א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז די אנערקענונג פון ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט, פארשווערט נאר די סיטואציע, און ביבי האט זיך צוריקגע'חוצפה'ט, זאגנדיג אז ירושלים איז מדינת ישראל'ס הויפטשטאט אזוי ווי פאריז איז פראנקרייך'ס.

- ענליכע חוצפה און רייצערישע רייד האט מען געהערט פונעם איזראעלישן פארטיידיגונגס מיניסטער אביגדור ליבערמאן, וועלכער האט געזאגט אז ער וויל מען זאל באיקאטירן אלע ארבעטער און פראדוקטן פונעם אראבישן וואדי ארא געגנט אינעם מערב ברעג – וואס דארטן קומען פאר די גרעסטע ראיאטן און פראטעסטן אין די לעצטע פאר טעג.

בילד: ווייטערדיגע אומרוען און אטאקעס לענגאויס מיטל מזרח

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל