ניובורג. — "סט. לוק'ס קאָרנוואָל" שפּיטאָל ערוואַרטעט אָנצוהייבן די בוי–אַרבעט אויף אַ פּראָיעקט וואָס וועט נישט בלויז אויסברייטערן די אינסטאָלאַציע פון איר עמוירדזשענסי–דעפּאַרטמענט, נאָר אויך צו פאַרבעסערן אירע סערוויסעס.

דער שפּיטאָל פּרעזידענט דזשאַן קוסעק מעקגירק האָט געמאַכט די מעלדונג זאָגנדיג אַז אַ 8 מיליאָן דאָלער סטעיט "גרענט" וואָס איז באַוואָרענט געוואָרן דורך סטעיט–סענאַטאָר לאַרקין האָט ערמעגליכט די פּראָיעקט.

מעקגירק האָט שטאַרק אויסגעלויבט לאַרקין, אָבער גלייכצייטיג האָט ער געזאגט אַז דאָס איז אַ געווינס פאַר די קאָמיונטי. "דאס איז נישט ביל לאַרקין טאָג; דאָס איז אונזער טאָג. דאס איז פאַרוואָס מיר זענען געשטעלט געוואָרן, צו העלפן עמיצן אַנדערש", האָט ער דערקלערט.

די אויסבעסערונגען וועט אַרייננעמען אַן אויסגעברייטערטע פּלאַץ וואו מען קען שנעל דערגיין וואס פאַר אַ באַהאַנדלונג עס פעלט זיך אויס פאַר'ן פּאַציענט — וואָס רעדוצירט דעם נויט פאַר מער בעטן; אויסברייטערן די צאָל פון פּלעצער וואו די אַמבולאַנסן זאָל קענען אַריינקומען; און אויפבויען אַ צווייטע שטאָק העכער די עמוירדזשענסי–רום צו שאַפן אַ 10–בעטן אָבסערוואַציע געגנט פאַר מענטשן וועלכע פילן זיך קראַנק אָבער דאַרפן נישט אַריינגיין צו די שפּיטאָל.

אַסעמבלימאַן פרענק סקערטעדאָס האָט געזאָגט, אַז די שפּיטאָל איז אַ באַדייטענדע באַשטאַנדטייל פון די קאָמיוניטי.

עס וועט געדויערן 18 חדשים צו פאַרענדיגן די פּראָיעקט וואָס וועט פאַרבעסערן די סערוויסעס פון די שפּיטאָל, וועלכער איז אַ מיטגליד פון די "מאָנטיפאָרי העלט קעיר סיסטעם".

בילד: גרויסע אויסברייטערונג ביי די עמוירדזשענסי דעפּאַרטמענט פון "סט. לוק'ס קאָרנוואָל" שפּיטאָל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל