פראנקרייך - דער פראנצויזישער שיפלער פראנסוא גאבארט האט נעכטן געבראכן אן אינטערעסאנטן רעקארד, פארנדיג מיט א זעגל שיף אליינס אריבער דער גאנצער וועלט אין בלויז 42 טעג מיט 16 שטונדן. אין אייראפע איז פארהאן א גלאבאלע ארגאניזאציע וועלכע גיט זיך אפ מיט זעגל-שיפעריי, און האלט קאפ אויף פארשידענע רעקארדס וואס שיפלער ברעכן פארנדיג מיט די אלטע סארט, זעלטן-גענוצטע שיפן. די ארגאניזאציע האט מיטגעהאלטן גאבארט׳ס רייזע, ווי ער האט זיך ארויסגעלאזט פון אוסאנט אינזל נעבן פראנקרייך, און איז דורכגעפארן אינטערנאציאנאלע וואסערן לענגאויס דעם גאנצן פלאנעט, אן האבן נאך איינעם אויף דער שיף אים ארויסצוהעלפן מיט׳ן פירן די שיף, און זיי האבן עס מיטגעהאלטן מיט ספעציעלע סאטעליטן, מאכנדיג זיכער אז ער שטעלט זיך נישט אפ אינמיטן און ער מאכט נישט קיין שום אנדערע קונצן צו פארגרינגערן אדער צו פארשנעלערן זיין רייזע. ער האט אוועקגענומען דעם רעקארד פון טאמעס קאוועל, וועלכער האט פאראיאר דורכגעמאכט די זעלבע רייזע, אבער עס האט אים געדויערט 6 טאג לענגער.

בילד: רעקארד געבראכן מיט זעגל-שיף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל