מעיאר ביל דעבלאזיא האט געמאלדן אז זיין אדמיניסטראציע איז אויפגעקומען מיט צוויי נייע פראגראמען, מיט'ן ציל צו העלפן ניו יארקער בירגער איינהאנדלען א הויז, אדער האלטן זייערס אן עקזיסטירנדן הויז אין גוטן צושטאנד.

די ערשטע פראגראם, מיט'ן טיטל "אפענע טיר", וועט פארשלאגן הלוואות מיט נידעריגע פראצענט-ראטעס צו פינאנצירן דאס אויפבויען קאנדאמיניום און קא-אפּ פראיעקטן, געווידמעט אויסשליסליך פאר ערשטמאליגע, מיטל-פארדינערס היים-קויפערס. די פראגראם צילט צו דערמעגליכן דעם אויפבוי פון צוויי-הונדערט צוגענגליכע דירות פער יאר.

די צווייטע פראגראם, "האָום פיקס", וועט געבן צוגענגליכע הלוואות פאר מיטל- און נידעריג-פארדינער משפחות, צו העלפן איבערפרישן זייערע הייזער און דירות וואס געפינען זיך אין א נאכגעלאזטן צושטאנד. די פראגראם, וואס צילט צו פינאנצירן הונדערט אזעלכע פראיעקטן פער יאר, וועט גיין פאר אייגנטימער פון איין- ביז פיר-פאמיליע הייזער.

בילד: מעיאר פראקלאמירט נייע האוזינג-פראגראמען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל