דער מדינת ישראל פארלאמענט, דער 'כנסת', האט באשטעטיגט א ניי געזעץ וואס וועט פארלאנגען פונעם ארבעטער מיניסטער צו נעמען אין חשבון 'די אידישע מסורה' ביים באשטעטיגן ארבעטס-פּערמיטן דורכאויס שבת.

לויט'ן ביז-יעצטיגן געזעץ, האט דאס ארבעטס-מיניסטעריום געמעגט באשטעטיגן ארבעטס-בארעכטיגונגען אום שבת נאר אין פאל אויב דאס נישט דערלויבן די ארבעט דורך שבת ברענגט "גרויס שאדן" פאר דער זיכערהייט אדער עקאנאמיע פון לאנד. דאס נייע געזעץ לייגט צו נאך פרטים צו נעמען אין חשבון, ווי צי די זעלבע ארבעט קען געטאן ווערן דורכאויס די וואכן-טעג, און וויאזוי דער חילול שבת וועט זיך אפרופן אויפ'ן ארום.

דער ביל, וואס איז פארגעשלאגן געווארן דורך דער רעגירונג, קומט מיט א חודש נאך דעם וואס דער חרדישער געזונטהייטס-מיניסטער, ר' יעקב ליצמאן, האט רעזיגנירט פון זיין אמט אלס פראטעסט צום חילול שבת בשייכות דעם רעילראוד וואס ווערט יעצט געבויט אין ירושלים.

בילד: כנסת באשטעטיגט געזעץ צו פארשווערן חילול שבת

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל