דזשערי יעלין, וועלכער האט דורכגעפירט די לעצטע קאמפס-מיסיע ביים סוף פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, איז געשטארבן אין פלארידע. ער איז אלט געווען 93 יאר.

יעלין, וועלכער איז געווען א לוטענאנט אין די אמעריקאנער לופט-כוחות, האט אנגעפירט אן אטאקע אויף יאפאנעזישע מיליטערישע לופטפעלדער אין אויגוסט 15, 45', ווען יאפאן האט רעזיגנירט צו די פאראייניגטע שטאטן.

ביים זיך אומקערן צו זיין באזע האט יעלין זיך דערוואוסט, אז דורכאויס דער מיסיע איז די מלחמה געקומען צו א סוף, נאר זיינע אויבערהארן האבן פארגעסן ארויסצוגעבן דעם באפעל, אז ער זאל אויפהערן שיסן… יענע מיסיע איז ווירקליך געווען די לעצטע פון דער מלחמה.

יעלין איז באפרייט געווארן פון דער ארמיי מיט א ריי חשוב'ע אויסצייכענונגען. ער האט אין די יארן נאך דער מלחמה געליטן פון דער טראומא, וואס די בלוטיגע קאמפן האבן אויף אים איבערגעלאזט, און האט געהאלפן אנדערע וועטעראנען זיך ספראווען מיט די גייסטיגע שוועריגקייטן.

בילד: געשטארבן אידישער פילאט פון לעצטער צווייטער-וועלט-קריג מיסיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל