דער גאווערנער ענדרו קאומא האט היינט געמאלדן די אנהייב פון די פאקטישע ארבייט פון א מאסיווע בוי פראיעקט אין די ווערט פון 150 מיליאן דאלער וועלכע איז געצילט צו רעדוצירן טרעפיק און צושטעלן מער טראנספארטאציע מיטלן אין די געגענט, א פראיעט וואס פארשפרעכט צו העלפן צום אויפבליה פון אפסטעיט ניו יארק, די פראיעקט נעמט אריין א נייע שאסיי, און צוויי בריקן, מער טראטוארן און מעגליכקייטן פאר עפנטליכע טראנספארטאציע, וואס וועט גרינגער מאכן פאר די וועלכע פארמאגן נישט קיין אייגענע קארס צו קענען ארומפארן אין די געגענט.

דער גאווערנער האט געזאגט אז די פראיעקט וועט לינדערן די שווערע טרעפיק פאר די איינוואוינער פון האדסאן וואלי, און אין די זעלבע צייט אויך דינען אלס ציה קראפט פאר מער טוריזם און באזוכער פון ניו יארק סיטי. די ווערק איז ערווארטעט צו נעמען ארום צוויי יאר, און דער גאווערנער האט עס באצייכנט אלס נאך א פאזע אין זיינע גראנדיעזע פלענער צו פארגרינגערן טרעפיק און טראנספארטאציע איבער גאנץ ניו יארק, און געזאגט אז דאס וועט טראנספארמירן די גאנצע געגענט.

בילד: מאסיווע בוי פראיעקט ארום וואודבערי קאמאנס אנגעפאנגן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל