ניו יארק – פאליציי אין באפעלא, ניו יארק האבן אנגעקלאגט א פארשוין וועלכער האט זיך פארשטעלט ווי א פאליציי אפיציר, וועלנדיג באקומען א ביליגע קאווע. לאקאלע באריכטן צייגן אז מארק סטעלער (Mark Stetter) איז אריינגעקומען אין א "סטארבאקס" געשעפט און האט געצייגט א פאליצייאישן "בעדזש", בעטנדיג אז ער דארף א דיסקאונט פאר זיין קאווע. דער פארשוין האט דאן פארלאזט דאס געשעפט און איז אריין אין א צווייטן קאווע געשעפט, פארלאנגענדיג די זעלבע זאך. די ארבעטער אין די געשעפטן האבן אלארמירט די פאליציי איבער דעם מאדנעם פארשוין, און ווען די אפיצירן זענען אנגעקומען און אים ארעסטירט, האבן זיי געטראפן ביי אים א כמו-שפילצייג רעוואלווער.

בילד: אומזיסטיגע קאווע פאר פאליציאנטן? איך בין אן אפיציר...


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל