דער פרעזידענט האט געענדיגט דעם יעצטיגן קאלענדער יאר מיט א שטארקע לעגיסלאטיווע זיג, זיין שטייער ביל אויף וועלכע ער האט קאמפיינט און געקעמפט איז אריבער ביידע הייזער און איז אונטערגעשריבן געווארן דורכ׳ן פרעזידענט אלס געזעץ פון לאנד. דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג קלאר געמאכט אז ער וועט אצינד זיך מער נישט אפגעבן מיט אויפלעזן אבאמא קעיר, וויבאלד די שטייער ביל טוט שוין עלימינירן א טייל פון אבאמא-קעיר, און אנשטאט דעם וועט ער זיך נעמען מיט אן אייפער צו איינהאלטן נאך א קאמפיין צוזאג, נעמליך, צו איבערמאכן די צובראכענע אינפרוסטרוקטור אין אמעריקע, א זאך וואס פרעזידענט אבאמא האט שוין אנגעהויבן און אריינגעלייגט הונדערטער מיליאנען.

דער פרעזידענט האט אבער צוריקגעדרייט זיין פריערדיגע קאמפיין צוזאג איבער טריליאן דאלער אינוועסטירונג אין אינפרוסטרוקטור, און דאס ווייסע הויז שטופט אצינד פאר א ביל פון 200 ביליאן דאלער, און האפט אז די איבריגע 800 ביליאן דאלער זאל קומען פון לאקאלע און סטעיט פאנדן, דער פרעזידענט קען נישט איינהאלטן דעם טריליאן דאלער צוזאג צוליב די דעפעציט וואס די שטייער שניטן מאכן שוין אינעם פעדעראלן בודשעט.

דאס ווייסע הויז זוכט צו קריגן אויך דעמאקראטישע שטיצע פאר׳ן ביל וויבאלד אזא סארט ספענדיג ביל דארף געווענליך באקומען 60 שטימען אין סענאט, און ווייסע הויז באאמטע האבן געזאגט אז דער פרעזידענט וועט באלד נאכ׳ן זיך אומקערן פון די חגאות אורלויב אנהייבן געשפרעכן מיט די דעמאקראטישע לעגיסלאטיווע פירערשאפט צו פרובירן באקומען שטיצע פאר זיין ביל, דעמאקראטן זענען טראדיציאנאל גענויגט צו שטיצן פאנדן פאר אינפרוסטרוקטור אבער קענען זיך קעגנשטעלן מיט׳ן אויסרייד אז 200 ביליאן איז צו ווייניג צו ערנסט פארריכטן די אמעריקאנער אינפרוסטרוקטור פראבלעם, און מען האט דאס שוין געהערט פון פילע דעמאקראטן, אבער דאס ווייסע הויז זאגט אז זי איז גרייט צו פארהאנלדן פאר א ברייטערע פעקל.

בילד: נעקסט אויף פרעזידענט טראמפ׳ס אגענדע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל