א נייע אונטערערדישע באן וואס וועט געבויט ווערן אין אלטשטאט ירושלים, וועט אנגערופן ווערן אויפ'ן נאמען פון פרעזידענט טראמפ.

טראנספארטאציע מיניסטער ישראל כ"ץ האט פריער אין וואך באשטעטיגט דאס אויפבוי פון א נייער באן-סטאנציע ביים אריינגאנג צום כותל המערבי, און האט דערביי דערקלערט אז די באן וועט אנגערופן ווערן אויפ'ן נאמען פון טראמפ, אלס אויסדרוק פון דאנקבארקייט פאר זיין עפנטליך אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

די באן סטאנציע וועט זיין א המשך צו דעם גרעסערן תל אביב-ירושלים שנעלצוג-פראיעקט, וואס וועט זיך ענדיגן אין צענטער פון ירושלים. יענער פראיעקט, וואס וועט אפקאסטן הונדערטער מיליאנען שקלים און איז געפלאנט פארענדיגט צו ווערן ביז עטליכע יאר.

בילד: כותל המערבי באן וועט גערופן ווערן אויף טראמפ'ס נאמען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל