מיט איבער א יאר אריבער פון די וואלן ווערן פילע רעפובליקאנער אין קאנגערס אומגעדולדיגט מיט די פאקט אז עס קומען פאר 3 באזונדערע אויספארשונגען איבער מעגליכע צוזאמענארבייט צווישן רוסלאנד און די טראמפ קאמפיין, און ווילן אז די אויספארשונגען זאל זיך ענדיגן פאר מען טרעט אריין אינעם 2018 וואל סעזאן, אבער ווי עס שיינט זענען די דעמאקראטן ווייניגער אינטרעסירט דאס צו ענדיגן, ספעציעל ווילאנג זיי האבן נישט קיין הארטע באווייזן איבער אזא סארט צוזאמענארבייט ״עס איז איין זאך צו זאגן אז עס איז ווארשיינליך געווען א צוזאמענארבייט, און נאך א זאך צו אנצייגן אויף קלארע באווייזן״ זאגט קאגרעסמאן עדעם שיף דער הויפט דעמאקראט אויף די קאנגרעסיאנעלע קאמיטע, און זאגט אז עס זענען נאך דא עטליכע צענדליגע מענשטן וועלכע דארפן פארהערט ווערן פאר זיי קענען ארויסגעבן א באריכט.

שיף זאגט אז דאס ווייסע הויז און די רעפובליקאנער לייגן שטארקע דרוק צו ענדיגן די אויספארשונג וויבאלד עס קען שאטן פאר רעפובליקאנער אין די 2018 וואלן, אבער רעפובליקאנער זאגן אז די דעמאקראטן זוכן דווקא צו שלעפן די אויספארשונגען וויבאלד זיי ווייסן אז דאס צו ענדיגן אן קיין באווייזן וועט זיי שאטן אין די וואלן. אין סענאט זענען די פירערשאפט ווי עס שיינט ארויסגעקומען מיט א פשרה צו ארויסגעבן זייער באריכט אין צוויי טיילן, איינס וועט זיך קאנצעטרירן בלויז אויף די רוסישע אינערטווענירונג און וועט אנטהאלטן רעקאמענדאציעס פאר סטעיטס וויאזוי צו בעסער באשיצן זייער וואל סיסטעם און דעם דעמאקראטישן פראצעדור, און א באזונדערע באריכט איבער די טראמפ-רוסלאנד פארבינדונג וואס וועט ארויסקומען שפעטער אין 2018, מעגליך שוין נאכדעם וואס דער ספעציעלער אויספארשער מוללער וועט האבן ארויסגעגעבן זיין מיינונג.

בילד: רעפובליקאנער אין קאנגרעס רופן צו אן ענדע פון די אויספארשונג קאמיטע איבער פארלאפענע וואלן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל