מעיאר דיבלאזיא האט נישט לאנג צוריק געמאלדן וועגן א פלאן, אוועקצושטעלן א 'טראַלי' -- א כמו-באן סיסטעם אויף דער ערד -- וואס זאל פארבינדן ברוקלין מיט קווינס. יעצט זאגן באריכטן, אז די בוי-ארבעט פון דעם טראלי וועט שטערן די געפלאנטע רענאוואציע-פלענער אויפ'ן בי-קיו-אי.

א חלק פונעם טראלי-פראיעקט, וואס וועט אפקאסטן א געשאצטע 2.5-ביליאן דאלאר, שניידט דורך דעם קרייצפונקט ביי אטלאנטיק עוועניו און קאלאמביע סטריט אין 'ברוקלין הייטס'. דאס קומט אויס ביים בי-קיו-אי הייוועי צווישן בארא פארק און וויליאמסבורג, וואו א גרויסצוגיגע רענאוואציע-פראיעקט דארף דורכגעפירט ווערן ארום דער זעלבער צייט, און די צוויי פראיעקטן וועלן, ווי די יעצטיגע פלענער לויטן, זיך שטערן איינער דעם אנדערן.

דער טראלי-פראיעקט איז געפלאנט זיך אנצוהייבן אין 19' און ענדיגן 24', בשעת די ארבעט אויפ'ן בי-קיו-אי דארף זיך אנהייבן אין 21' און ענדיגן אין 28'.

א ווארטזאגער פאר'ן טראנספארטאציע דעפארטמענט האט געמאלדן, אז די נויטיגע אינסטאנצן האלטן יעצט אינמיטן איבערקוקן די פלענער.

בילד: 'טראַלי'-פראיעקט וועט שטערן בי-קיו-אי רענאוואציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל