קאליפארניע – גאז און עלעקטעריק פירמעס אין קאליפארניע וועלן מעגליך אויסשטיין פרישע שווערע רעגולאציעס פאר זייערע "פאוער ליניעס", דאס הייסט די שטאנגען און דראטן וועלכע לויפן אויף די גאסן – אלס רעזולטאט פון די שווערע וואלד-פייערן וועלכע ברענען יעצט אין דער סטעיט. קאליפארניע סטעיט לעגיסלאטורן זאגן, אז אויסער וואס די נאכאנאנדע וואלדפייערן ברענגען אזויפיל ביליאנען דאלארן אין שאדנס, און צומאל קאסט עס לעבנס, ברענגט עס אויך מיט א פראבלעם פון קורצשלוסן, אז דראטן, וועלכע לויפן דורך א ראיאן וואו עס ברענט א פייער, ווערן געשעדיגט, און עס ליידן דערפון צענדליגער טויזנטער איינוואוינער אין אנדערע ראיאנען איבער דער סטעיט. די לעגיסלאטורן האבן דעריבער אנגעהויבן באטראכטן די מעגליכקייט פון איינשטעלן רעגולאציעס, אז אין געגנטער וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו אפטע וואלד-פייערן, זאל מען מוזן בעסער באשיצן די פאוער-ליניעס און שטאנגען.

בילד: דעבאטע איבער קאליפארניע פאוער-ליניעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל