א ריכטער אין ארגענטינע האט ארויפגעלייגט א ארעסט פארלאנג קעגן די געוועזענע פרעזידעט פון ארגענטינע קריסטינע פערנאנדיז קושנער אויף די קלאגעס אז זי האט געארבעט מיט די רעזשים אין איראן צו פארווישן די אקטיווע ראלע וואס איראן האט געשפילט אין די טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען אין בואנעס איירעס אין 1994 ווען די אידישע אמי״א צענטער איז אויפגעריסן געווארן פון א אונטערגעשטעלטע באמבע, און 85 זענען אומגעקומען און נאך 300 זענען פארוואונדעט געווארן.

פאר לאנגע יארן איז געווען א מיסטעריע ווער עס שטייט אונטער די אטאקע, און טראץ וואס די שטעלונג פון פארשידענע עקספערטן איז געווען אז איראן איז געשטאנען דערונטער האט אבער טעהראן קאטעגאריש געלייקנט, אין יאר 2013 האט די רעגירונג פערנאנדיס געשלאסן א אפמאך מיט די איראנער רעגירונג צו ״אינאיינעם״ אויספארשן די אטאקע, אויף וועלכע די דעמאלטסדיגער הויפט פראקוראר אלבערטא ניסמאן האט איינגערייכט א קלאגע אז דאס איז נישט מער ווי א פרואוו צו פארדעקן די שפורן פון איראן און די ארגענטינע רעגירונג שפילט א אקטיווע ראלע אין באשיצן די ריכטיגע טעראריסטן.

זינט דאן איז שוין אלבערטא אומגעברענגט געווארן - ווי עס שיינט דורך די איראנער - אבער די יעצטיגע רעגירונג אין ארגענטינע איז אנטשלאסן צו לעזן דעם מיסטעריע און ברענגען קושנער צו יוסטיץ פאר׳ן פארדעקן באווייזן איבער די אטאקע. טעכניש קען זי נישט ארעסטירט ווערן וויבאלד זי דינט אלס סענאטאר, און קאנגרעס דארף אפהאלטן א ספעציעלע אפשטימונג צו אראפנעמען איר ספעציעלע באשיצונג וואס זי האט אונטערן געזעץ.

בילד: ארעסט אורטייל קעגן געוועזענע פרעזידענט פון ארגענטינע איבער טעראר אטאקע אויף אידישע צענטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל