די האוזינג און אנטוויקלונגע דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן איר יערליכע באריכט וועלכע צייגט א מאסיווע העכערונג אין די צאל היימלאזע אין אמעריקע, ספעציעל אין די וועסט קאוסט אין שטעט ווי לאס אנדשעלעס און די ארומיגע שטעט, אלעס אינאיינעם געפונען זיך אין אמעריקע איבער 554 טויזנט מענטשן אן א דאך איבער׳ן קאפ. און ארום 193 טויזנט פון זיי האבן נישט קיין צוטריט צו שעלטערס און שלאפן אויף די גאס. דאס איז א העכערונג פון איבער 9 פראצענט פון צוויי יאר צוריק. די באריכט צייגט א פארבינדונג צו די העכערונג אין די ריעל עסטעיט פרייזן אין די באטראפענע שטעט, א זאך וואס טרייבט ארויס ארימערע פאמיליעס פון זייערע היימען, בלויז אין לאס אנדשעלעס אליין געפונען זיך 55 טויזנט היימלאזע און 13 טויזנט זענען צוגעקומען דאס יאר, איינס פון יעדע פינף האט נישט קיין צוטריט צו שעלטער, אין ניו יארק איז עטוואס בעסער די מצב, פון די 76 טויזנט היימלאזע זענען 5% אהן קיין צוטריט צו שעלטערס.

בילד: דראסטישע אוישפטייג אין צאל היימלאזע אין אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל