על פרענקען, דער אידישער סענאטאר פון מינאסאטע, און אן אויפגייענדער שטערן אין די דעמאקראטישע פארטיי האט היינט געמאלדן אז אין ליכט פון פארשידענע באשולדיגונגען קעגן אים איבער אוממאראלישע אויפפירונג וועט ער אפטרעטן פון זיין אמט, דאס קומט אין ליכט פון א רייע דעמאקראטישע קאלעגעס וועלכע האבן נעכטן עפנטליך גערופן דערצו אז ער זאל רעזיגנירן, ער איז שוין דער צווייטער דעמאקראטישער געזעצגעבער וועלכער טרעט אפ די וואך צוליב אזעלכע סקאנדאלן.

פרענקען איז געווען א שטארק פאפולערער סענאטאר און איז באטראכט געווארן אלס א ערנסטער קאנדידאט פאר די פרעזידעטליכע וואלן אין 2020, אבער אצינד איז ווי עס שיינט זיין פאליטישע קאריערע געענדיגט. אין די רעדע וועלכע ער האט געגעבן ביים אפטרעטן האט ער גערעדט אין א גאר אומעטיגע טאן און געזאגט אז טראץ וואס ער לייקנט קאטעגאריש די געשיכטעס וועט ער אפטרעטן וויבאלד זיין נאמען איז פארשמירט און ער קען נישט אזוי אויספירן זיינע פונקציעס, אבער ער וועט ארבייטן צו ריינוואשן זיין נאמען.

בילד: פאפולערער דעמאקראטישער סענאטאר על פרענקען רעזיגנירט פון אמט


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל