ביל געיטס' חידוש, מייקראסאפט, איז ביז נישט אזוי לאנג צוריק געשטאנען אויפ'ן העכסטן שטאפל פון כבוד און גלאנץ אין דער פינאנציעלער וועלט, אבער די פירמע האט אין די לעצטערע יארן פארלוירן דעם ערשטן פלאץ אויפ'ן אויבנאן צו "עפל" און "גוגל", וועלכע האבן איבערגעשטיגן מייקראסאפט אין ווערט.

איז אבער קורק מאטערנע (Kirk Materne), א רעספעקטירטער וואל-סטריט אנאליסט, געקומען צו דער החלטה, אז מייקראסאפט איז צוריק אויפ'ן וועג ארויף, און וועט ווארשיינליך אנקומען צו א ווערט פון א טריליאן דאלאר, שפעטסטנס ביז'ן יאר 2020.

כהיום איז די ריזן-פירמע ווערט עטוואס מער פון 650-ביליאן דאלאר, וואס איז נישט קיין קליין-געלט אבער פארט ווייניגער ווי עפל'ס 885-ביליאן און גוגל'ס 728-ביליאן דאלאר.

מייקראסאפט'ס עיקר גבורה אמאל איז געלעגן אין אירע געלונגענע "האַרדווער" פראדוקטן, ווי קאמפיוטערס און די פאפולערע פראגראמען ווי "מייקראסאפט אפיס" און אנדערע. מיט דער צייט זענען אונטערגעקומען ערנסטע קאנקורענטן, בעיקר "עפל", וועמענס פראדוקטן האבן אנגעהויבן ווערן פאפולער צום טייל אדאנק דעם גאר-אויפגעכאפטן "אייפאון", וואס האט געפירט מענטשן זיך צו באקענען נאענטער מיט די אנדערע פראדוקטן פון פירמע, ווי אירע "מעק"-קאמפיוטערס. דערצו האט דער אינטערנעט זיך שטארק אנטוויקלט, און אלץ מער פונקציעס און געברויכן וואס זענען פריער צוגעשטעלט געווארן דורך קאמפיוטער-פראגראמען האבן זיך אריבערגעצויגן אנליין, וואו גוגל שפילט די גרעסטע ראלע.

מייקראסאפט האט זיך אבער אריינגעלאזט אין די תחומים וואו אירע עיקר קאנקורענטן האבן פארכאפט דעם אויבנאן, און אויסער אירע אייגענע קלוגע טעלעפאנען און טאבלעט-געצייגן, האט מייקראסאפט אנגעהויבן אריבערפירן אירע פאפולערע פראגראמען אויפ'ן אינטערנעט, אזוי אז אנשטאט זיין באזירט אויפ'ן קאמפיוטער איז אלעס געווארן צוטריטליך אינעם אזויגערופענעם "וואלקן", אנליין.

דער אנאליסט ווייזט אן אז הגם מייקראסאפט האט נאך א שטיקל מהלך ביז'ן איבעריאגן אירע קאנקורענטן און דערגרייכן דעם סימבאלישן טריליאן-דאלאר ציפער, שפרייזט די פירמע אין יענער ריכטונג מיט גרויסע, זיכערע טריט. די שאצונג ווערט שטארק אונטערגעשטיצט מיט'ן פאקט, אז די ווערט פון מייקראסאפט-סטאקס זענען געשטיגן מיט גאנצע צוויי-הונדערט פראצענט דורכאויס די פארלאפענע פינף יאר.

בילד: קורק מאטערנע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל