מאנטרעאל – א מאדנע געזעץ איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן פארלאמענט אינעם קוויבעקער פראווינץ אין קאנאדע, אז פון היינט און ווייטער וועלן געשעפטן מער נישט טארן באגריסן די קונדן מיט די ענגלישע ווארט "היי" (באדייט: העלא), נאר וועלן מוזן נוצן נאר די פראנצויזישע באגריסונג "באנזשור". אין קוויבעק, א פראווינץ וואו עס וואוינען געמישט א גרויסע צאל פראנצויזיש-רעדנדע בירגער און ענגליש-רעדנדע בירגער, ליידט מען זיך שוין לאנג צוזאם פון די אזוי-גערופענע "שפראך פאליציי", די ספעציעלע רעגירונג אויטאריטעטן וועלכע מאכן זיכער נישט צו באליידיגן די פראנצויזישע אינעם פראווינץ, און די פרישע אפשטימונג איז בלויז נאך אן עקזעמפלאר דערפון. ביז היינט האבן די אויטאריטעטן ערלויבט צו באגריסן קונדן מיט'ן צוזאמשטעל פון "באנזשור היי", א קאמפראמיס פון ענגליש און פראנצויזיש, אבער פון יעצט און ווייטער וועט מען נאר מעגן באגריסן מיט "באנזשור". האט נישט מורא, ס'איז נישטא קיין וועג וויאזוי צו אינפארסירן דאס נייע געזעץ און ס'איז נישטא קיין שטראף פאר פארלעצער...


בילד: מער נישט "היי" אין קוויבעק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל