27 פאסאזשירן זענען נעכטן נאכט ענדליך צוגעפירט געווארן צו דער יבשה נאך זעקס שעה זיין געשטראנדעט אויף א 'פערי' שיף, וואס האט זיך אנגעשטויסן אין א זאמד-בערגל ביי קאוני איילאנד.

די שיף איז געווען אויפ'ן וועג פון דער ראקעוועי געגנט צו דעם מאנהעטן האפן נעבן וואל סטריט, ווען נאך פופצן מינוט פארן איז זי ארויפגעפארן אויף א פּאַס זאמד און געבליבן שטעקן.

צוליב די נידעריגע וואסערן, האט קיין שיף נישט געקענט צוגעשיקט ווערן אהין כדי אריבערצופירן די פאסאזשירן, און ס'האט גענומען זעקס שעה ביז פייערלעשערס האבן באוויזן יעדן ארויסצושלעפן פון דעם אייז-קאלטן וועטער.

מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל