טויזנטער איראנער בירגער זענען ארויס אין די גאסן פון מאשהאד, די צווייט גרעסטע שטאט אין איראן, און האבן פראטעסטירט קעגן דעם רעזשים מיט סלאגאנאן אזוי ווי ״גענונג צו שיקן געלט קיין סיריע, טראכט פון די איראנער בירגער״ און האבן אויך געשריגן לאזונגען קעגן פרעזידענט רוחאני און אים באצייכנט אלס מערדער און פיינט פונעם פאלק, געוויסע פראטעסטירער האבן געשריגן ״טויט צום דיקטאטור״ און דערמיט געמיינט דעם אייאטאלע כאמינאי, דאס איז א גאר זעלטענע און דראמאטישע ערשיינונט אין איראן אז בירגער זאלן עפנטליך פראטעסטירן די פירערשאפט און ספעציעל דעם אייאטאלע וועלכער איז דער אפיציעלער פירער פון לאנד. די סיבה פאר די פראטעסטן איז די שווערע עקאנאמישע צושטאנד פון די בירגער און זיי באשולדיגן רוחאני און פארשווענדען הונדערטער מיליאנען אינעם סירישן בלוט באד אנשטאט העלפן דעם איראנער פאלק. רוחאני איז געלאפן מיט א צוזאג צו ברענגען עקאנאמישע רעפארם און דערווייל ווערט די צושטאנד בלויז ערגער און די ארבייטסלאזיגקייט שטייט ביי איבער 12% וואס באדייט אז איבער 3 מיליאן איראנער האבן נישט קיין איינקונפט. ענליכע פראטעסטן ווערן אויך אפגעהאלטן אין אנדערע שטעט אין איראן, און עס איז די גרעסטע פראטעסטן וואס מען האט געזען זינט 2009 אין ליכט פון וואל פעלשערייען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל