א מאנהעטן-פאליסמאן וואס איז געכאפט געווארן גנב'ענען אין א קליידער-געשעפט האט רעזיגנירט פון דער פאליציי.

דער 49-יעריגער פאליציאנט, וועלכער האט באקומען א יערליכן געהאלט פון 173-טויזנט דאלאר, איז פאריגע וואך געכאפט געווארן ביים אויפטוישן די פרייז-צעטלעך פון עפעס וואס ער האט געוואלט קויפן.

דער דעפארטמענט האט אין רעאקציע אין אפגעזאגט פון זיין אמט און צוגענומען זיין בעדזש און ביקס. אנשטאט, איז ער געשטעלט געווארן אויף א נידעריגערן, מינדערוויכטיגן אפיס-אמט, ביז די אויספארשונג וועט פארענדיגט ווערן, אבער דער פאליציאנט האט אינדערצווישן באשלאסן צו רעזיגנירן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל