דער שעף פון פינאנציעלער רעגולאציע פאר'ן אייראפעאישן פאראיין האט געזאגט, אז די אי-יו פירערשאפט נעמט אין באטראכט אונטערצונעמען שריט צו האבן מער קאנטראל אויף דעם קריפטאו-וואלוטא מארקעט, הויפטזעכליך ביטקאינס, וועלכע ער באטראכט ווי א מעגליכן באבל, וואס וועט צום סוף קראכן.

וואַלדיס דאָמבראָווסקיס, וויצע פרעזידעט פון דער 'אייראפעאישער קאמיסיע', האט אפגעשריבן א בריוו צו אייראפעאישע בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס, אין וועלכן ער האט זיי געמוטיגט צו ווארענען זייערע קונדן איבער דער ריזיקע וואס קומט מיט'ן אינוועסטירן אין ביטקאינס.

די ווערט פון ביטקאינס איז אין די לעצטע וואכן געשפרינגען צו אומגעווענליכע הויכן, וואס פירט אנאליסטן צו טראכטן דער אויסטערלישער וואוקס איז צופיל און מעגליך א רמז אז מ'רעדט פון אן אויפגעבלאזענע זאך וואס וועט קראכן.

בילד: אי-יו עקספערט ווארנט קעגן ביטקאין-באָבל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל