באריכטן זאגן, אז דעמאקראטישע פארטיי פירער פון קווינס, ברוקלין און בראנקס, האבן איינגעשטימט צו שטיצן דעם קאנסילמאן פון מאנהעטן, קאורי דזשאנסאן, צו דינען אלס קומענדיגער ספיקער.
דזשאנסאן, א יונגער, צווייט-טערמיניגער דעמאקראט וועלכער דינט אלס פארזיצער פון די סיטי קאנסיל געזונטהייט קאמיסיע, האט זיך אויך פארזיכערט די שטיצע פון 4 רעפובליקאנער קאנסיללייט, און ווי עס שיינט פארמאגט ער שוין 35 שטימען, וואס איז מער די צאל שטימען נויטיג צו ערוועלט ווערן אין דער קערפערשאפט, וואס פארמאגט 51 מיטגלידער.
אנאליסטן זאגן אז ער איז פארזיכערט מיט די פאזיציע, אויסער אין פאל דער מעיאר וועט זיך קעגנשטעלן. דער מעיאר האט דערווייל זיך נישט געלאזט הערן איבער וועמען ער שטיצט פאר די פאזיציע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה