א פרישער באריכט גיט איבער גאר א שווארץ בילד איבער'ן גורל פון פאליטישע ארעסטאנטן אין די טורמעס פון צפון קארעא, וועלכע ווערן אנגעבליך אויסגעשטעלט צו רעגלמעסיגע פייניגונגען און פיינפולע הריגות אויף די קלענסטע חטאים.
דער באריכט איז פארעפנטליכט געווארן דורך דער "קריג פארברעכנס קאמיטע", וועלכע האט דורכגעפירט אן אונטערערדישע אויספארשונג איבער א צאל טורמעס און לאגערס, וואו "פאליטישע פארברעכערס" ווערן געהאלטן אונטער שרעקליכע אומשטענדן.
אויסער איר אייגענער אויספארשונג, שטיצט דער באריכט זיך אויף עדות'שאפטן פון א צאל צפון-קארעא דעפעקטירערס, טייל פון וועלכע האבן אליין פארברענגט אין די דאזיגע טורמעס.
צווישן אנדערן דערציילט דער באריכט, אז אין די לאגערס געפונען זיך א גרויסע צאל קינדער, וואס ווערן געצווינגען דורכצופירן שווערע ארבעט אונטער אוממענטשליכע אומשטענדן, אן באקומען געהעריג צו עסן אדער אנדערע עלעמענטארע באדינונגען. צווישן אנדערן ווערט דארט דערציילט וועגן א פאל, פון א פיצל קינד וואס איז געווארפן געווארן צו א גרופע הונגעריגע הינט.
די פינקטליכע צאל פון ארעסטאנטן אין די קארעאישע טורמעס איז נישט באוואוסט, אבער דער באריכט שאצט אז דער ציפער איז ערגעץ צווישן אכציג-טויזנט ביז 130-טויזנט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה