ווירדזשיניע - א באריכט וועלכע איז צוזאמגעשטעלט געווארן איבער די אומרוען און טויטליכע ראיאטן וואס האבן פאסירט אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע פארלאפענעם זומער, וואס האט געקאסט דאס לעבן פון א פרוי ווען א ראסיסט איז איר איבערגעפארן מיט זיין קאר, צייגט אז די שולד פון די אומרוען ליגט אויף די לאקאלע פאליציי. טים היעפי איז א געוועזענער פעדעראלער פראקוראר און ער איז אויפגענומען געווארן אויסצופארשן די שארלוטסוויל ראיאטן. ער האט אינטערוויואירט 150 אינדיווידועלן, איבערגעקוקט הונדערטער בילדער און ווידעאס, און נאענט צו א האלבן מיליאן דאקומענטן, און ער איז געקומען צום אויספיר אז די פאליציי באאמטע האבן אין לויף פון די פלאנירונגען, בעפאר די ראסיסטישע מארשן, נישט געקלערט פון פובליק סעיפטי, נאר פון דער זיכערהייט פון זייערע אפיצירן. אויך האבן זיי אפגעווארפן פארשלאגן צו ברענגען באריקאדן וועלכע וואלטן געקענט פארמיידן די טויטליכע קאר אטאקע.

בילד: שארלוטסוויל פאליציי שולדיג אין אומרוען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל