יוטא – פרעזידענט טראמפ וועט היינט פארן קיין יוטא, וואו ער וועט מעלדן אז ער גייט פארארדענען דאס איינשרומפן פון עטליכע עקזיסטירנדע נאציאנאלע פארקס און מאנומענטן איבער'ן לאנד, מיט'ן ציל צו ערלויבן פאר פארשידענע גראבונגען און אנדערע ארבעט אויף די ערטער. די רעדע איז פון די "בעיר עירס" און פון "גרענד סטעירקעיס עסקאלאנטעי", וואס ביידע געפינען זיך אין יוטא, וואס אנשטאט וועט די פעדעראלע רעגירונג ערלויבן פריוואטע פירמעס אפצוקויפן די ריזיגע טעריטאריעס און עס נוצן פאר אינדוסטריעלע געברויכן, אריינגערעכנט גראבן פאר מעגליכע אויל און אנדערע ווערדפולע מינעראלן און אונטערערדישע נאטורליכע אוצרות. די "גרענד סטעירקעיס" פארק מאנומענט איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט קלינטאן אין יאר 996' און די "בעיר עירס" איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא אין דעצעמבער יאר 2016, וואס פרעזידענט טראמפ האט אין לויף פונעם קאמפיין טאקע פארשפראכן צוריקצודרייען דעם זייגער אויף די פארק מאנומענטן. צו פראטעסטירן טראמפ'ס געפלאנטע מעלדונג, האבן זיך מאסן נעכטן פארזאמלט פארנט פון דער יוטא קעפיטאל געביידע.

בילד: נאציאנאלע מאנומענטן ווערן איינגעשרומפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל